{ "language": "he", "title": "Kav HaYashar", "versionSource": "https://www.nli.org.il/he/books/NNL_ALEPH001726368", "versionTitle": "Kav Hayashar. Frankfurt a.m., 1705", "status": "locked", "license": "Public Domain", "versionNotes": "", "digitizedBySefaria": true, "versionTitleInHebrew": "קב הישר. פרנקפורט דמיין. תס\"ה-תס\"ו", "actualLanguage": "he", "languageFamilyName": "hebrew", "isBaseText": true, "isSource": true, "isPrimary": true, "direction": "rtl", "heTitle": "קב הישר", "categories": [ "Musar", "Acharonim" ], "text": { "Author's Preface": [], "": [ [], [], [], [], [], [ "", "", "", "", "", "", "(אלזו גפֿינטן מיר איין מעשה החסיד ר׳ עמרם ז״ל קעלין שטיט דאש מעשה אין מעשה בוך.) דז ווילאיך דא בקיצור שרייבן אלז אי ער גשטארבין מיז האט ער צוואה גיטאן דש מען אין זאל מין איין ארון טון אונ׳ זאל אים מין איין קלייני שיף טואן דען ער האט זועלין ליגן בייא זייני אבות.", "וויא ער נון גשטארבין איז אלזו טעטין זייני תלמידים אים אין איין ארון אונ׳ ליגן אים אין איין שיף אויף דען באך ריין. אונ׳ שיקן קיין בן אדם מיט נאר איין בריבֿ שריבן זיא דז דאש מת איז הגאון ר׳ עמרם: דא גינג דאש שיף אליינט וואשר אויף דען באך ריין פֿון קעלין ביז ק״ק מענץ דען אין ק״ק מענץ איז זיין פֿאטר אונ׳ מוטר גלעגן אויף דען בית חיים בייא הקבר של ר׳ יהודה החסיד ז״ל.", "וויא נון קומן איז וואשר אויף דאש שיף אליינט צו גין דא פֿער וואונדרן זיך דיא גנצי שטאט לייט אונ׳ זאגט איינר צום אנדרין דש מוז איין גרוש זיין וואש דא גשיכֿט דש איין שיף זאל וואשר אוף אליין גין אונ׳ איצונדרט זאל זיך דרש שיפֿליין אליין שטעלין אין מיטין וואשר פֿון באך ריין אונ׳ דיא שילט וואך גיט אהין צו דען הערין קורפֿירשט הגמון פֿון מענץ אונ׳ זאגין אים דיא זאך.", "דא גיביאט דער הגמון אויף זייני שיף לייט זיא זאלין פֿארין אויף אירי שיף אונ׳ זאלין ברענגין דש שיף וואש אליינט וואשר אויף דען באך רינוס איז קומין וויא דיא שיפֿר פֿארין צו דען שיף וואו ר׳ עמרם דרינין וואר דא גינג דאש שיף צו רוק אונ׳ קענטן ניט צו קומין צו דען שיף פֿון דען ארון דז החסיד ר׳ עמרם דרינן ליגט. דא זאגט דער קורפֿירשט דאש מאג איין יהודי זיין אונ זאגט צו זייני קנעכֿט גיא גשווינד צו דיא יהודים דאש זיא זאלין קומין צו מיר דען פֿיל לייכֿט מאג עז איין יהודי זיין אין דען שיף אונ׳ וועלט גערין ליגן אויף דען בית חיים פֿון מענץ.דא גינגין פֿיל יהודים ארויש צו דען באן רינוס וויא דיא יהודים זיינן קומין דא קומט דש שיפֿליין אליינט צום בארטין דא נעמין דיא יהודים דען צדיק וחסיד ר׳ עמרם מיט דען שיף צו זיך אונ׳ גפֿינן איין בריבֿ דש זייני תלמידים האבין גשריבן דז דאש מת איזט גיוועזן רב עמרם. איזט דרינן אין דען בריבֿ גישטאנדין", "מייני ברידר אונ׳ גיזעלין וואש וואנן אין קהל מענץ", "זולט וישן דש איך קום צו אייך דען מיין נשמה איז מיר אויש גיגאנגין אין דיא שטאט קעלוניא אונ׳ איך ביט דאש איר מיך זאלט ביגראבין בייא מיין פֿאטיר אונ׳ מוטר אירם קבר אין ק״ק מענץ.", "וויא דער הגמון זיכֿט דש שיף קומט צו דיא יהודים דא שווייג ער שטיל אונ׳ לאזט ערשט ארויש נעמין דען חסיד רב עמרם אויש דאש שיף. אונ׳ וויא דיא יהודים פֿון מענץ האבין דען ארון מיט דען מת אויף דען בארטין גיבראכֿט דא וואלטין זיא אין אנויש טראגין אויף דען קברות צו ליגן אים בייא זיין פֿאטר אונ׳ מוטר וויא זיין צוואה איזט גיוועזן. דא גביטט דער הגמון דש מען דען ארון מיט המת ניט פֿאלגין זאל לאזין אונ׳ דיא גאנצי שטט לייט ערילים פֿר זאמלין זיך אונ׳ נעמין מיט גיוואלט אוועק דש מת דען חסיד רב עמרם אונ׳ שטעלין איין גרושא שמירה דער בייא דש מען צו דען חסיד קיין יהודי דארף צו טרעטין.", "אזו ווערין דיא יהודים זער טראויריג אונ׳ וויישן פֿר גרושין צער ניט וואש זיא טאן זאלין וויא זיא דען חסיד רב עמרם צו זיך גריגן מיט הערילים. אונ׳ דען הגמון ואנשי העיר מענץ דיא בורגרייא לאזין בייא דען באך ריין איין גרוש בנין באויאן צו איר בית תפֿילתם אונ׳ האבין איין גרושין טורין גיבאויט אונ׳ אויף דען היינטיגין טאג היישט מן אין עמרם טורין. אבר הקהל יהודים האבין מיט גאט הילף איין חכמה גיברויכֿט דז זיא דען חסיד רב עמרם מציל האבין גיוועזין דען דער חסיד האט זיא קיין מנוחה גלאזין ביז זיא האבין אין מציל גיוועזין אונ׳ צום ערשטן האבין זיא פֿיל מעות שחדים וועלין געבין אבר האט ניקש גיהאלפֿין.", "דא האבין בחורים ובעלי בתים וואש דען חסיד רב עמרם זייני הלמידים זיינן גיוועזן אונ׳ הלטין איין עצה מיט אננדר אונ׳ גינגין בייא דער נאכֿט פֿר דען מקום אונ׳ שניידן אב פֿון דער תלייה איין גנב וואש אויף דען גלגין גיהענקט האט אונ׳ טראגין דען פגר דען גנב צו דען טארין אונ׳ האבין אין תכריחים אן גיטאן אונ׳ הש״י האט אויף דיא שמירה איין שלוף גשיקט דז זיא שטארק גשלופֿין האבין.", "דא נעמין זיא ארויז אויז דען ארון דען חסיד רב עמרם ז״ל אור ליגין דען גנב פֿון גלגין אניין. אונ׳ גין אויף דען בית חיים אונ׳ בגראבין דען חסיד בייא זיינה עלטרין וויא ער צוואה האט גיטאן אונ׳ דיא ערילים ווייסין ניקש עד היום הזה פֿון דער זך אונ׳ מיינין נאך דז דער חסיד זולט ליגן אין דען טורין וואש זיא גיבאויט האבין ע״כ." ] ] }, "schema": { "heTitle": "קב הישר", "enTitle": "Kav HaYashar", "key": "Kav HaYashar", "nodes": [ { "heTitle": "הקדמת המחבר", "enTitle": "Author's Preface" }, { "heTitle": "", "enTitle": "" } ] } }